June 5, 2012

Pictures: Asifa Mishmeres LeMishmeres about the Danger of internet

Posted in Antwerpen, Bnei Brak, Boro Park, Eretz Yisrual, Kiryas Yoel, London, Mancheter, Monsey, Pictures, Satmar, Williamsburg, Yerishuleim at 10:10 PM by SatmarNews

Pictures of Asifa “Mishmeres LeMishmeres” for kollel Yingeleit, about the Danger of internet, that took place Wednesday Pr’ Nusoi, in Ateres Avruhom

 

בילדער פון “אסיפת משמרת למשמרת” פאר איבער 1,500 כולל אינגעלייט בליע”ה פון גרעיטער ניו יארק, פאררופן דורך רבינו שליט”א וועגן די סכנה פון אינטערנעט און אלע טעכנאלאגישע כלים, מיטוואך פר’ נשא, אין עטרת אברהם אין וויליאמסבורג, ווי אויך איז געווען הוק-אפס אין אלע סאטמארע בתי מדרשים איבער די וועלט

 

Read the rest of this entry »

Advertisements

June 19, 2011

Pictures: Sgan Rosh Hakuhel visit in Eretz Yisroel

Posted in Bnei Brak, Eretz Yisrual, Pictures at 10:08 PM by SatmarNews

Pictures of the Sgan Rosh Hakuhel, R’ Shol Perlstein visit in in Kollel in Bnei Brak and in the Talmid Torah, also a picture where the Rosh Hakuhel makes Shiliach Haken.

סגן ראש הקהל הרה”ח ר’ שאול פערלשטיין נ”י באזוכט אין כולל “זכרון עוזיאל” שע”י קהל תפארת ירושלים אין בני ברק און אין די סאטמארע מוסדות, ווי אויך ביים מקיים זיין מצות שילוח הקן

Read the rest of this entry »

April 21, 2010

Breaking! the Savlon Signed Shturei Biriren in Bnei Brak case

Posted in Bnei Brak, Eretz Yisrual, Satmar, Savlon at 2:49 PM by SatmarNews

מהר”א בייגט זיך פאר’ן ירושלימ’ער רב און שרייבט אונטער שטרי בירורין


לאמיר גיין צו די קלארע פאקטן און קורצן!

לפי בקשתם פון די אנערקענטע שרי התורה הראב”ד והביד”צ שליט”א דקהל יטב לב דסאטמאר צום ירושלימ’ער רב שליט”א, מיט א יאר צוריק, האט דער ירושלימ’ער רב שליט”א צוזאמענגעשטעלט נאך פארהאנדלונגען ובהסכמת ב’ הצדדים א בי”ד של חמש, צו שליכטן די בני ברק’ער סכסוך, ואלו הם: די דריי שלישים הרב הגאון ר’ אברהם ברוך ראזענבערג שליט”א מכון להוראה, הרב הגאון ר’ נפתלי פרענקל שליט”א העדה החרדית, הרב הגאון ר’ מרדכי באב”ד שליט”א מכון להוראה. די בוררים פון די צווי צדדים זענען ווי פאלגענד: הרב הגאון מטשאקעווא שליט”א מטעם שיכון קרית יואל און מוסדות יטב לב, הרב הגאון ר’ זלמן גראוז שליט”א מטעם “מרכז המוסדות” בני ברק.

אלע ביידע צדדים האבן שוין אונטערגעשריבן אויף שטרי בירורין, צד שיכון קרית יואל – אלע חברי הנהלה כולל דער נשיא מרן מסאטמאר שליט”א – האבן אונטערגעשריבן ד’ אדר תש”ע, צד מרכז המוסדות האבן אונטערגעשריבן ז’ אדר תש”ע.

זונט ז’ אדר שטייט דער ירושלימ’ער רב שליט”א און בעט זיך – ווי צו א גזלן – צו אהרן טייטלבוים דער הויפט אנקלאגער בערכאות שלטונות הציונים, אז ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, ואין קול ואין עונה, נישט ווי דער רב וואלט ווען גערעדט צו די וואנט, נאר ער האט טאקע גערעדט צו א וואנט.

נאך פסח האט דער ירושלימ’ער רב ווידער געבעטן אהרן אונטערשרייבן שטרי בירורין, אבער דער פארשטייער זייער האט גענטפערט אז האט רעזיגנירט פון דעם פארמיטלערשאפט, און אנשטאט עם גייט פירן דעם געשעפט אלישע הורוויץ פון קרית יואל, און מ’דארף מיט עם אנהייבן פריש אלע פארהאנדלונגען.

פארגאנגענע וואך האט אהרן באוואשן ווי א סוטה, דעם חבר הנהלת העדה ר’ שלמה פאפענהיים, און עם פארגעהאלטן פארוואס ער לאזט דעם ירושלימ’ער רב זיך אריינמישן און די בני ברק’ער סכסוך, וואס דערוועגן קענען די בני ברק’ער רבנים גארנישט טאן., דעריבער האט עם אהרן געמאלדן מיט פאטאס, אז ער האלט נישט ביים אונטערשרייבן איצט שטרי בירורין.

די וואך זונטאג נאכט האט דער צד “מרכז המוסדות” ארגאניזירט אן עצרת מחאה בבית מדרשם אויף הופער קעגן די מכלומרש’טע הליכה לבג”ץ פון צד שיכון קרית יואל, און האבן מיט שווא ושקר פארקויפט אז צד שיכון קרית יואל וויל נישט גיין צו א די”ת, און האבן געשאטן קיתונות של בוז אויף זיי, און זיי אונטערגעריסן מיט בלאף און מיט שקר.

דער ירושלימ’ער רב שליט”א האט באקומען א פונקטליכן באריכט פונעם עצרת, און איז באריכטעט געווארן איבער אלע השמצות וועחכע זענען געזאגט געווארן דארטן, און עס איז עם ארויף די בלוט פון קאפ, און געלאזט רופן זיינע מקורבים און האט זיי געזאגט אז ער גייט מאכן ארדענונג, און וועט נישט לאזן מבזה זיין די וועלכע וואס זענען ציית דינא, ווען און די זעלבע צייט שטייט דער פירער פון צד השני וממאן לחתום אויף שטרי בירורין.

מאנטאג נאכמיטאג האט דער ירושלימ’ער רב שליט”א אנגערופן פערזענליך די צווי שלישים הגאון ר’ אברהם ברוך ראזענבערג און הגאון ר’ מרדכי באב”ד, און האט זיי געבעטן אז זיי זאלן פאררופן א מושב בי”ד שוין און די קומענדיגע טעג דאהי אין ניו-יארק, און זאל זעהן ווער עס האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און זאל ארויסגעבן א פסק הלכה ווער עס דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין און ער וויל עס נישט טאן.

דינסטאג אינדערפרי האט הגאון ר’ אברהם ברוך ראזענבערג אנגערופן די בוררים פון די צווי צדדים, טשאקאווער רב, און הרה”ג ר’ זלמן גראוז, און זיי געמאלדן אז די נעקסטע וואך איז באשטימט דער ערשטער דיון, איבער די אישו ווער עס האט נאכנישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און זיי גייען בפקודת דעם ירושלימ’ער רב שליט”א פארעפענטליכן א פסק ברבים.

דער צד “מרכז המוסדות” האבן גלייך באקומען א דרינגענדע באריכט פון זייער בורר ר’ זלמן, אז טאמער עס וועט נישט זיין קיין אונטערשריפט פון אהרן און די קומענדיגע טעג, איז עלול ארויסצוקומען א בריוו פונעם בי”ד אז אהרן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין.

דער צד מרכז המוסדות האט געלאזט וויסן פאר אהרן אז עס רעדט זיך איצט פון אן ערענסטן קריזיס, און מ’קען באצאלן א טייערער פרייז דערויף, ווען די זאלי’ס וועלן האבן וואס צו שרייען אז דער רבי האלט נישט ביים גיין צו די”ת, און די גאנצע וועלט וועט זיי גלייבן.

דער אהרן פארשטייט נאר דעם שפראך, און עס איז נישט אריבער קיין גאצע צוועלעף שטונדן, און נעכטן פארנאכט 6:00 גענויע, האט ר’ זלמן גראוז’ס זון, (וועלכער שרייבט זיין טאטענס בריוו’ן) אריינגעשיקט א פעקס פאר הגאון ר’ אברהם ברוך ראזענבערג, א בריוו וועלכע שטייט דערין צווישן די אנדערע קורצע ווערטער ווי פאלגענד: “החתימה של האדמו”ר מהר”א מופקד אצל אאמו”ר שליט”א” וועלענדיג ארויסברענגען אז אהרן האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין.

איצט איז נאר געבליבן צו זעהן אויף וואספארא נוסח השטר ער האט אונטערגעשריבן, וויל פון דעם בריוו וואס ר’ זלמן גראוז’ס זון האט געשריבן, קען מען גאר מיינען אז מ’רעדט פון א חתימה אויף אן הסכמה פון א נייעם ספר, אזוי ווי אמר ולא פירש ולא יסיף.

אלעפאלענס, איז קלאר אז דער ירושלימ’ער רב שליט”א האט געטאן גאר א ריזיגן שריט, און האט בתחבולה גדולה געשטעלט דעם אהרן אויף זיין ריכטיגן מקום.

בלייבט נאר צו זעהן דעם נוסח פונעם שטר, האפענדיג אז עס רעדט זיך נישט פון שטרי ליצנות נאר שטרי בירורין.

——

אבער ווי די באריכטן קומען איצט אן פון בני ברק, האט אהרן אונטערגעשריבן נעכטן אויף א נוסח שטר הרשאה, מיט א דאטום פון כ”ג אדר (פארוואס נישט כ”ג שבט), צו מטשטש זיין די מוחות אז ער האט שוין אונטערגעשריבן מיט איבער א מאנאט צוריק.

ער האט אבער פארגעסן אז כ”ג אדר איז נאך ד’ אדר.

April 19, 2010

when the internet meifitz vert a savlon… (article & also on attachment)

Posted in Bnei Brak, Eretz Yisrual, Savlon at 12:06 PM by SatmarNews

שאנדע: סבלן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין פאר די”ת אין בני ברק!!!

ווען דער אונטערנעט מפיץ ווערט א סבלן…

סאיז גרויסע צרות ביי די ארונים די מסרבים והולכי בג”ץ במדינה
הציונית, דער הולך לבג”ץ זאגט; איך האלט נישט ביים
אינטערשרייבן קיין שטרי בירורין, כ”ק גאב”ד ירושלים שליט”א
סטראשעט זיין שליח אז ער וועט מפרסם זיין ברבים אז ער איז א
מסרב לדין, ברוך אילאוויטש זאגט זיך אפ פון זיין דער שליח, און
במקומו ווערט געשטעלט אלישע הורוויץ, וואס זאגט; איך האב דעם
שפראך משכנע זיין דעם גאב”ד, איך וועל אים פארשטאפן דאס
מויל. און דעם פאלוירענעם מצב שרייען די אהרוינים ‘קאזאק הנגזל’,
מ’גייט אין “באגא”ץ”, מ’פאררופט א אסיפה ה’ אייר, כדי ריינוואשן
דער פשע פון מסרב לדין, פון דעם וואס האלט שוין אפ די ביסל טינט פון זיין פעדער די לעצטע צען יאר.

ליידער איז באשטעטיגט געווארן די וואך, עטליכע טעג פאר דעם
ביטערן טאג יום המר והנמהר וואס די ציונים האבן זיך
אראפגעווארפן דעם גזירת הגלות, און מורד געווען במלכות שמים
בפלטרין של מלך געמאכט א אידישע מלוכה אין א אידישע מדינה,
וואס ליידע די אגודיסטן וואס זענען נגרר לציונים, האבן נישט
געקענט עומד בנסיון זיין, און שמחים ליום אידם ר”ל, און זייערע
מוסדות הענגט מען אויף דעם סמל הכפירה דעם דגל הטמא, אין די
בית יעקב שולע וואס דער רבי ז”ל שרייבט אז די מיידלעך וואס
ווערן דארט נתחנך זענען מקלקל זייער שטובער און אפילו אויב די
מענער האבן יא געהאט אן ערליכע חינוך וועלן די שטובער זיין
אפיקרוסיש, ווייל אויב זיי זענען נתחנך געווארן מיט א פאן ה’ אייר
אויף זייער שולע, און אז זיי זענען נתחנך געווארן מיט די גדולי
האומה זענען הערצל ימ”ש און בן גריון ימ”ש, וואס א השפעה קענען
זיי שוין האבן. אפגערעדט אז די טמא’נע שפראך וואס זיי ברענגן
אריין אין אידישע שטוב ווערט דער שטוב פול מיט טומאה וארס כפירה ומרידה במלכות שמים.

ליידער האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט צום וויפילטן מאל, אז דאס
וואס דער אזויגערופענער הגה”ק פון קרית יואל, וואס איז לעצטענסט
באקאנט געווארן מיט זיין מדת סבלנות, וואס איז סובל אלע רשעות
וגזירת עקירת הדת אין די מדינה, און לאזט נישט גיין פראטעסטירן
די לעצטע פאר יאר ווייל ער איז נישט דער איינציגע נשיא התאחדות
הרבנים, דער זעלבער וועט גיין סובל זיין ווען די רשעי המדינה זענען מורד באומות אויף דעם שרעקליכסטן פארנעם.
-ס’איז אים וויכטיגער צו רעדן פון קאקא און הייסן קוקן אויף די כלי
משחיתים, ווייל ער קען סובל זיין עקירת הדת, נאר קען נישט סובל
זיין אז זיינע מענטשן קויפן נאך מצות אין בראדוועי.
-דער סבלן וואס קען סובל זיין אלע ציוניסטישע רבי’ס און רבנים
וואס האבן קיינמאל נישט געוואלט קענען זיין טאטען און זיין
פעטער, דוקא די שונאים האט ער אהבה מוסתרת און לויפט זיי
באזוכן אום גערופן אומגעבעטן, ווייל ער איז א סבלן.
-ער איז מקרב די שונאים, אבער ער קען נישט סובל אז א מנין זיינע
שונאים דאוונען אין פעטער’ס בית המדרש, אז ער מוז בעטן פון געריכט אפצושליסן דאס בית מדרש.
-ער קען סובל זיין מפוקפק’דיגע קאטשקעס ווייל זיין דומ”ץ הגאון ר’
שלום לאנדא האט מברר געווען מיט די אינטערנעט קאמפעני אז
סאיז נישט זיכער קיין דורס, אבער ער קען נישט סובל זיין אז די זאלצערס זענען מעקסיקאנער און פאטעריקעןס.
-ער קען סובל זיין אז זיין בעקעריי פארקויפט 80 פראצענט לאנג
איילענד ווייץ אפילו סאיז סאך ערגער ווי קאקא, אבער ער קען נישט
סובל זיין אז די מצה גזולה בעקעריי פארקויפט איין פונט מצה.
-ער קען סובל זיין אז אלע ציונים זאלען קומען מאכן בילדער מיט
אים מיט די ווייסע כאלעטן און הארטע היטן אין מהודרת שחיטה,
און אריינלייגן די בילדער אין אלע ציוניסטישע מאגאזינען, אבער
ער קען נישט סובל זיין אז ערליכע רבנים פון פעטער’ס תלמידים
זאלן מסדר קידושין זיין און אפסטעיט ניו יארק ווייל ער האט באשלאסן אז דאס איז זיין גלילות.
-ער קען סובל זיין ווען זיין איידעם גיבט א השגחה אויף פסח’דיגע
פראדוקטען וואס איז סאך ערגער פון קאקא אפילו עס איז נישט לך
כי לך לך אף לך, און מען האט דאס נישט געגעסן פאר פיפציג יאר
און פאר פערציג יאר און דאס איז נישט פאר פלעטבוש און קווינס
נאר אין קרית יואל, אבער ער קען נישט סובל זיין ווען א פירמע וואס
האט התאחדות הרבנים השגחה האט א פראבלעם מיט פסח’דיגן
פראדוקט, און דאס איז שוין ווען די השגחה אויף פסח גופא איז נישט
התאחדות און דער בעל מכשיר האט קינדער וואס גייען פאר אים אין פייער.
-אט דער סבלן קען אויך סובל זיין די לעצטע צעהן יאר הליכה
לערכאות אן קיין הזמנה לדין, אן קיין היתר בית דין, מסירות
מלשינות, עלבון התורה בזיון אביו ורבו שלמדו תורה אויפן
נידריגסטן פארנעם, חילול בתי מדרשים מיט שחורים אויפן ארון
הקודש און אויפן באלעמער,דאס אלעס איז ער סובל, אבער ווען
מען רופט אים צו דין תורה און מיט היתר בית דין גייט מען מעקל זיין
בערכאות, דענס מאל איז ער נישט קיין סבלן, דעמאלס רייסט מען
אראפ די רבנים אלס שלשה רועי בקר, דענסמאל גייט דער עורך דין
אין בג”ץ בשם הרב אהרון טייטלבוים אן קיין שום בושה, אן קיין שום היתר.
-ער איז סובל ווען מען מאכט אין אלעד א קבלת פנים מיט אלע
תלמוד תורה קינדער מיט פענער פאר א רב מטעם און מען באגריסט
אים אויף איווריט, אבער א רב וואס האט אויפגעדעקט דעם פאלשען
שלייער פון די מהודרת מיט די עופות טמאים, האט מען געגאסן כיתין של שופכין עטליכע וואכן נאכאנאנד.
-דער סבלן וואס קען סובל זיין ווען שומרי החומות פישקעס ווערן
ארויסגעריסן פון די וואנט, צוליב זיינע דעפרעסיע פראבלעמען,
אבער קען נישט סובל זיין אויב מען שטעלט א בודקע אויפן וועג
ארויף צום ציון פאר די הייליגע מוסדות פון ירושלים.
אבער דאס אלעס קומט נישט צו דער סבלנות וואס ער האט קונה
געווען אויף די תערומות און קולות פון גאב”ד ירושלים. ווי באקאנט
האט דער ירושלימער רב שליט”א געבעטן די צדדים עטליכע מאל
מען זאל גיין צו בוררות איבערן סכסוך פון בני ברק’ער נכסים, אבער
די בני ברק’ער האבן געוואלט דוקא גיין צו רבנים אין בני ברק, און
דוקא צו רבנים וואס גיין צו די בחירות. די הנהלת המוסדות וואס
האט געוואלט דוקא רבנים וואס האבן נישט קיין שטעלונג און דעם
סכסוך האבן פארגעשלאגן צענדליגער רבנים פון די גאנצע וועלט,
פון אמעריקע אייראפע און ירושלים, און דער גאב”ד האט גערעכט
געגעבן די הנהלה ער האט געצווינגען די בני ברק’ער אויפצוזאגן
זייער ציוניסטישן בורר, און זיי האבן געמוזט נעמען ר’ זלמן גרויס פון ניו יארק.
נאך וואכן וואס דער גאב”ד האט שווער געארבעט צו ברענגן דריי
שלישים, האבן די בני ברק’ער פארלאנגט פון גאב”ד -דורך א לויער
– אז אלע חברי הנהלה און אויך דער רבי שליט”א זאל חתמ’ן שטרי
בירורין, ביז צוויי טאג איז דאס געווארן אינטערגעשריבן, דערנאך
האבן זיי געבעטן אלע אנ”ש שוכרי קרקעות אינעם שיכון זאלן
אינטערשרייבן און דאס איז אויך געווארן באשטעטיגט תיכף ומיד.
אבער ווען דער גאב”ד האט גערופן די בני ברק’ע און געזאגט יעצט
ברענגט איר די חתימה פון אייער הנהלה מיט אייער רבי און אייערע
שוכרים, איז דער ענפער געווען די הנהלה וועט חתמ’ן אבער דער
רבי נישט, דער גאב”ד האט באוואשען דעם ברוך אילאוויטש מיט
געפערליכע קולות, און ברוך האט געזאגט אז ער וועט פארן קיין
אמעריקע וועט ער משפיע זיין אז דער רבי זאל חתמ’ן.
ברוך אילאוויטש איז געקומען אויף פסח צו פאר’ן, און חול המועד
איז ער אריבער צום סבלן, און געבעטן אז ער מוז חתמ’ן אויב נישט
וועט די גאנצע דין תורה צופאלן, ווייל סוף כל סוף איז ער דער
איינציגער וואס האט לעגאלע בעלות ווייל ער האט געזעצליך
שעירס אין די קאמפעני, און ער איז געווען דער וואס האט
אריינגעגעבן די ערשטע תביעה אין רשם החברות, און אויך איז ער
געווען דער וואס איז געגאנגען אין בג”ץ נאכדעם וואס די הנהלה
האט מעקל געווען בבית המשפט נישט צו בויען קיין בנינים, אבער
ער האט געשריגן כדרכו בקולי קולות, דאס וועט נישט פאסירן, איך
שרייב נישט אונטער, האט ר’ ברוך אילאוויטש געזאגט דעמאלס קען
איך נישט אהיימפארן צום גאב”ד ער וועט מיך ארויסווארפן פון
שטוב, האט דער אינטענעט מפיץ געזאגט אז ער האט זיין יועץ ר’
אלישע הורוויץ וואס האט זייער א גוטע שפראך ער וועט איבערנעמען דעם גאנצן עסק.
אסרו חג פסח האט ברוך אילאוויטש געלאזט וויסן דעם גאב”ד ידי
מסולקת הימנו, און אלישע הורויץ -וואס רופט זיך זעלבסט קארל
ראוו- האט איבערגענומען דעם תיק, אויף די שאלה פון גאב”ד וואו
איז די חתימה פון זיין רבי’ן האט ער געענפערט אז ר’ אלישע וועט
ענפערן אלע שאלות, דער גבאי פון גאב”ד האט גערופן ר’ אלישע
און געפרעגט די שאלות, האט ער געזאגט אז דער בית דין זאל זיך
מטפל זיין אויב די שוכרים דארפן אינטערשרייבן, אבער אויף די שאלה פון רבי’ן ווייסט ער נאכנישט.
דער חכם אלישע האט גענומען די שרייבערלעך און באשלאסן אז
מ’מאכט א עצרת רבתי ה’ אייר, כדי צו פארתמ’ן די מוחות, און שרייטס אלע הויך “באגא”ץ”…
די נארונים וואס מען קען זיי פארקויפן באבקעס אז עס רעגנט ווען
מען קוקט ארויס פון ניו העמפשיר, וועט נישט זיין קיין כשר’ע ווייץ
און די וואס מען קען איינרעדן אז אין שיפלאדן און וויליאמסבורג
געפינט זיך שטויביגע פאפירן מיט חתימות פון גרויסע רבנים מיט
היתרים אויף אלע סארט ערכאות און סאיז אין לנו רשות לראותם
בלבד, די אלע וועלן זיצן קומענדיגן מאנטאג אין גרויסן הופפער
שוהל און שאקלן מיטן קאפ הן הן לאו לאו, און נאך אפאר שעה
העצע דרשות, ווען עס וועט שוין זיין פארזיכערט אז יעדער
באטייליגטער איז שוין אזוי צומישט אז ער קען זיך ניטאמאל עפענען
דאס מויל מסביר זיין ווען מ’פרעגט אים, דאן וועט מען שליסן דעם
עצרת, מיט א געהויבענע שטומינג אז ס’געלונגען דאס אויך
אדורכצושטופן, אבי דער רבי זאל קיין שטרי בירורין נישט ברויכן אונטערשרייבן.
און אין דער זעלבער צייט האט מען געמאכט א געזונטן ליצנות פון
דעם גאנצן ציוניזים וואס איז שוין עקספייערט, און מאכן פון ה’ אייר
א ליצנות. ר’ אלישע זאגט אז ער האט טאקע פארלוירן דאס געלט
אבער דעם שכל פון עושר האט ער נאך, ער האט טאקע פארלוירן
הונדערט פונט אבער זיין חן האט ער נאך, ער רעדט נאך שטייט און
שפאצירט זייער פארזיכטיג און שטאט… די גאנצע מעדאף פרשה
האט זיך אפגעשטילט מיט די טענה אין לי אבער א ברייטן פארשטאנד טענה’ט ער יש לי!…

אצינד בנערינו ובזקינינו נלך קיין הופפער שרייען קומענדיגן מאנטאג “ארויס פון באגא”ץ”…

אהרן טיילבוים Savlen.pdf