Author: SatmarNews

געגאסן די קרעידלס פאר די 4 פרעכטיגע בורות הטבילה פון ביהמ״ד הגדול והחדש אין בלומינגראוו

אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין

פרישע אפדעיט ביים בליץ-גאלאפירנדן אויפבוי פון ביהמ״ד הגדול והחדש דקהל יטב ד׳סאטמאר בלומינגראוו-קרית יואל וועלכע מארשירט פאראויס אין א מעכטיגן גאלאפ

Continue reading “געגאסן די קרעידלס פאר די 4 פרעכטיגע בורות הטבילה פון ביהמ״ד הגדול והחדש אין בלומינגראוו”

הנהלת הקהילה אריין אין קאנטראקט אויף שטח צו בויען א ביהמ”ד בשכונת פלאשינג-סקילמאן

יום בשורה הוא לנו

נעכטן יום ג’ פנחס העעל”ט איז די הנהלת הקהילה אריין אין קאנטראקט אויף א גרויסער שטח ביים קארנער פון פלאשינג און סקילמאן צו בויען א נייעם ביהמ”ד פאר אנשי שלומינו תושבי השכונה

Continue reading “הנהלת הקהילה אריין אין קאנטראקט אויף שטח צו בויען א ביהמ”ד בשכונת פלאשינג-סקילמאן”

ערהאלטן געווארן די פערמיטן צו קענען עפענען דעם ריזיגן ״ווייץ מאגאזין״ פון קהלתינו הקדושה

בשורה טובה תדשן עצם

דעם היינטיגן אינדערפרי מיטוואך פרשת פינחס, איז ב״ה אין א מזל׳דיגע שעה ערהאלטן געווארן די פערמיטן צו קענען ערעפענען דעם ריזיגן ״ווייץ מאגאזין״ פון די צענטראלע קהלה קדושה אין אפסטעיט ניו יארק

Continue reading “ערהאלטן געווארן די פערמיטן צו קענען עפענען דעם ריזיגן ״ווייץ מאגאזין״ פון קהלתינו הקדושה”

קרית יואל: מקוה אין נייעם ביהמ”ד ״ישמח משה״ וועט בעז”ה געעפענט ווערן אויף שב”ק פר’ מטות

בֵּרַכְתּוֹ כְּעֵץ שָׁתוּל עַל פַּלְגֵי מַיִם

אין קרית יואל רבתי שפּאַנט מען פאָראויס מחיל אל חיל להגדיל טהר״ה ולהאדירה

מיט התרגשות’דיגע געפילן פון ״מה מקוה מטהר״ האבן תושבי קרית בכלל און תושבי שכונת ״ישראל זופניק״ וסביבותי׳ בפרט זיך צוגעקוקט דעם היינטיגן מאָנטאָג צו די מאסיווע גאָס-רעגנס וואס האט זיך אראפגעלאזט אין די גאנצע אפסטעיט ראַיאָן — וואס האט געדינט אלס ״גשמי ברכה״ אנצופילן דעם ״אוצר מי גשמים״ אין די נייע פראכטפולע ״מקוה מפוארה״ אין נייעם פּראַכטפולן ביהמ”ד ״ישמח משה״ דקהל יטב לב סאטמאר קרית יואל — לְהַחֲיוֹת מַזְכִּירִים גְּבוּרוֹת הַגָּשֶׁםֻ

Continue reading “קרית יואל: מקוה אין נייעם ביהמ”ד ״ישמח משה״ וועט בעז”ה געעפענט ווערן אויף שב”ק פר’ מטות”

געגאסן פונדאמענטן פאר ביהמ”ד הגדול והחדש אין בלומינגראוו

אֲשֶׁר רָאוּ בְּיָסְדוֹ זֶה הַבַּיִת בְּעֵינֵיהֶם, בִּתְרוּעָה בְשִׂמְחָה לְהָרִים קוֹל

מיט גליקליכע פריידיגע געפילן האָבן אנ״ש שכונת בלומינגראָוו און פון אַרום גאַנץ קרית יואל וגלילותי׳ אשר סביבותי׳ אַנטפּלעקט דעם היינטיגן פרימאָרגן אַן אויג-פאַרכאַפּנדע ״הרחבת גבולי הקדושה סצענע״ דעם היינטיגן מאָנטאָג אינדערפרי ווען 45 מאַסיווע צעמענט טראָקס גיסן די מעכטיגע פונדאַמענטן פון דעם נייעם גיגאנטישן און מאיעסטעטישן 30,000 סקווער-פיס ביהמ״ד הגדול והחדש דקהל יטב לב סאטמאר שכונת בלומינגראוו – קרית יואל אויף מעריוואלד ראוד, וואָס אַנטשפּרעכט צו זיין די פּאר והדרה פון קהלתינו הק׳ אין דער גאַנצער אומגעגענט

Continue reading “געגאסן פונדאמענטן פאר ביהמ”ד הגדול והחדש אין בלומינגראוו”